וואס טוט די שוועדישע אימיגראציע אויטאריטעט?
Vad gör Migrationsverket? – jiddisch
די אימיגראציע אויטאריטעט איז א רעגירונגס אגענטור וואס מאכט באשלוסן אנבאלאנגט אפליקאציעס פון מענטשן וואס ווילן זיך אריבערציען קיין שוועדן, באזוכן אדער זוכן שוץ פון רדיפות אדער געבן זיך איין פאר שוועדישע בירגערשאפט.
אין פאל פון פליטים וואס זוכן אזיל רעכט טוט זיי די אימיגראציע אויטאריטעט פארזארגן מיט וואוינונג און געלט אין די צייט וואס זיי ווארטן אויף א באשלוס איבער זייער אזיל רעכט אפליקאציע. ווען א פליט ערהאלט ערלויבעניש צו בלייבן אין שוועדן, באצאלן מיר קאמפענסאציע פון די שוועדישע רעגירונג פאר די מוניציפאליטעט און קאונטי ווי ער אדער זי וואוינט. אויב ווערט א פארלאנג פאר אזיל רעכט אפגעווארפן, נעמט די (Migrationsverket) אן אקטיווע צוריקצופירן אפליקאנטן צו זייער היימלאנד.
ווען א אויסלענדער באקומט ערלויבעניש צו וואוינען אין שוועדן, ארבעטן אמערסטנס די שוועדישע מוניציפאליטעטן און קאונטיס און די פובליק ארבעטס אגענטור (Arbetsförmedlingen) אויסצומישן דעם אימיגראנט אין די שוועדישע געזעלשאפט.